49 און יוחנן האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, מיר האבן געזען איינעם, וואס האט אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט נישט נאך מיט אונדז.
אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן?
און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן.
זיי פארווערן אונדז צו רעדן צו די אומות (העולם), אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן, כדי תמיד אנצופילן זייערע זינד; דער צארן אבער איז געקומען אויף זיי ביז צום סוף.
ער אבער האט עס אים פארווערט, זאגנדיק: איך האב נייטיק פון דיר געטובלט צו ווערן אין א מקווה, און דו קומסט צו מיר?
און עס איז געשען, ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים, האט פעטרוס געזאגט צו יהושען/ישוען; האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי סוכות: איינע פאר דיר, איינע פאר משהן און איינע פאר אליהו, נישט וויסנדיק, וואס ער רעדט.