Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 9:30 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

30 און זע, צוויי מענער האבן גערעדט מיט אים, וועלכע זענען געווען משה און אליהו;

Gade chapit la Kopi




לוקאס 9:30
13 Referans Kwoze  

ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.


און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.


און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים.


און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער (זאגן) אליהו; און אנדערע, אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.


און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.)


און בעת ער האט מתפלל געווען, האט דאס אויסזען פון זיין פנים זיך פארענדערט און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק ווייס.


זיי האבן זיך באוויזן אין הערלעכקייט און האבן גערעדט וועגן זיין ליציאת (הסתלקות), וואס ער האט געזאלט ממלא זיין אין ירושלים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite