Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 9:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 און האט געזאגט; דער בר אנש מוז א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים און געטייט ווערן און דעם דריטן טאג אויפשטיין.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 9:22
24 Referans Kwoze  

אז דער בר אנש מוז איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון זינדיקע מענטשן, און ווערן אויפגעהאנגען אויף א בוים, און דעם דריטן טאג ווידער אויפשטיין.


לאזט די דאזיקע ווערטער אריינדרינגען אין אייערע אויערן אריין: ווארום דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן.


חוקר זייענדיק אויף וועלכער אדער וואס פאר א צייט משיחס גייסט אין זיי האט אנגעוויזן, בשעת ער האט פארויס עדות געזאגט פון די ליידן (וואס האבן געזאלט קומען) אויף משיחן און די הערלעכקייטן נאך דעם.


ווארום ער האט געלערנט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן, און זיי וועלן אים טייטן; און זייענדיק געטייט, וועט ער אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.


און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.


נאר איך זאג אייך, אז אליהו איז שוין געקומען, און זיי האבן אים נישט דערקענט, נאר געמאכט מיט אים, וואס זיי האבן געוואלט. אָט אזוי וועט אויך דער בר אנש האבן צו ליידן פון זיי.


און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.)


צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין?


און בשעת זיי זענען ארומגעגאנגען אין גליל, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין הענט פון מענטשן;


און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.


קודם כל מוז ער אבער א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון דעם דאזיקן דור.


און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite