Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 9:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער (זאגן) אליהו; און אנדערע, אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 9:19
12 Referans Kwoze  

און זיי האבן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? צי ביסטו אליהו? און ער זאגט: איך בין עס נישט. צי ביסטו דער נביא? און ער האט געענטפערט: ניין.


אנדערע אבער האבן געזאגט, אז ער איז אליהו. און אנדערע האבן געזאגט, אז ער איז א נביא ווי איינער פון די נביאים.


און האט געזאגט צו זיינע דינער: דאס איז יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דערפאר ווירקן אזוי די כוחות אין אים.


און ווידער האבן זיי געזאגט צום בלינדן: וואס זאגסטו וועגן אים, אז ער האט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אבער האט געזאגט: ער איז א נביא.


און אייניקע פון דעם המון, וואס האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, האבן געזאגט: דאס איז באמת דער נביא!


און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא?


אין יענע טעג קומט יוחנן פון דער (ירדן) מקווה, און רופט אויס אין דער מדבר פון יהודה, אזוי צו זאגן:


און דער קעניג הורדוס האט געהערט וועגן דעם, (ווארום זיין נאמען איז באקאנט געווארן) און האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, און דערפאר ווירקן די כוחות אין אים!


און עס איז געשען בשעת ער האט תפילה געטאן איינער אליין, און די תלמידים זענען געווען מיט אים, האט ער זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די לייט, אז איך בין?


האט ער צו זיי געזאגט: און ווער, זאגט איר, אז איך בין? פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט: דער משיח פון ה׳!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite