14 ווארום עס זענען געווען קנאפע פינף טויזנט מענער. ער אבער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: מאכט זיי זיך אנידערצוזעצן אין חברותות, מער ווייניקער צו פיפציק.
אלץ אבער זאל געטאן ווערן בכבודיק און אין ארדנונג.
און ער האט באפוילן דעם המון מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; און האט גענומען די זיבן ברויטן, געמאכט א ברכה, האט זיי צעבראכן, און געגעבן צו זיינע תלמידים, אז זיי זאלן זיי אויסטיילן; און זיי האבן זיי צעטיילט (צווישן) דער מאסע מענטשן.
ער אבער האט צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! האבן זיי געזאגט: מיר האבן נישט מער ווי פינף ברויטן און צוויי פיש; סיידן מיר זאלן גיין איינקויפן שפייז פאר דעם דאזיקן גאנצן פאלק.
און זיי האבן אזוי געטאן און האבן אלעמען אויסגעזעצט.