52 און אלע האבן געוויינט און געקלאגט איבער איר; ער אבער האט געזאגט: וויינט נישט, זי איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר.
און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די דאזיקע קראנקייט איז נישט צום טויט, נאר צום כבוד פון ה׳, כדי דער זון פון דער אויבערשטער זאל פארהערלעכט ווערן דורך איר.
און עס האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון עם און פרויען, וואס האבן אים באקלאגט און באוויינט.
און זאגן; מיר האבן געשפילט פאר אייך אויף פייפלעך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געזונגען קלאגלידער, און איר האט נישט געוויינט!
און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט מיט אים אחוץ פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער.
און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז זי איז יא געשטארבן.
און אלע המונים מענטשן, וואס זענען זיך צונויפגעקומען צו דער דאזיקער זעונג, זעענדיק די זאכן, וואס זענען געשען, האבן זיך געשלאגן אויף דער ברוסט און זיך אומגעקערט.