Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 8:47 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

47 און ווי די פרוי האט געזען, אז עס איז נישט געבליבן פארהוילן, איז זי ציטערנדיק געקומען און אנידערגעפאלן פאר אים און האט דערציילט פארן גאנצן פאלק, צוליב וועלכער סיבה זי האט אים אנגערירט, און וויאזוי זי איז פלוצלונג געהיילט געווארן.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 8:47
18 Referans Kwoze  

די פרוי אבער, פארכטנדיק זיך און ציטערנדיק, ווייל זי האט געוואוסט וואס עס איז מיט איר געשען, איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט אים געזאגט דעם גאנצן אמת.


און זיין הערצלעכע ליבע איז זייער גרויס צו אייך, ווען ער דערמאנט זיך אייער אלעמענס געהארכזאמקייט, ווי איר האט אים אויפגענומען מיט יראה און מיט ציטערן.


דערפאר, ווייל מיר באקומען א מלכות, וואס קען נישט דערשיטערט ווערן, לאמיר האבן דאנקבארקייט, דורך וועלכער מיר זאלן דינען וואוילגעפעליק צו ה׳ מיט יראה און מיט פחד;


און בין געווען ביי אייך אין שלאפקייט און אין פורכט און אין גרויס ציטערניש.


און ער האט פארלאנגט א ליכט, איז אריינגעשפרונגען, און ציטערנדיק איז ער אנידערגעפאלן פאר פוילוסן און סילאן,


דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש;


און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים.


יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: עמיצער האט מיך אנגערירט; ווארום איך ווייס, אז א כוח איז פון מיר ארויסגעגאנגען!


און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite