45 און יהושע/ישוע האט געזאגט: ווער האט מיך אנגערירט? און ווען אלע האבן געלייקנט, האט פעטרוס געזאגט: האר, די המונים דרענגען זיך ארום דיר און שטויסן דיך דאך.
ער אבער האט צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! האבן זיי געזאגט: מיר האבן נישט מער ווי פינף ברויטן און צוויי פיש; סיידן מיר זאלן גיין איינקויפן שפייז פאר דעם דאזיקן גאנצן פאלק.
און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן.
איז געקומען פון הינטן, האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש, און פלוצלונג האט דער פלוס פון איר בלוט זיך אפגעשטעלט.
עס וועלן קומען טעג אויף דיר, און דיינע שונאים וועלן ווארפן א וואל ארום דיר, און וועלן דיך ארומרינגלען, און באלאגערן פון אלע זייטן;