Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 8:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און אייניקע פרויען, וואס זענען געהיילט געווארן פון בייזע גייסטער און פון שלאפקייטן: מרים, וועמען מען האט גערופן מגדלית, וואס פון איר זענען ארויס זיבן בייזע גייסטער,

Gade chapit la Kopi




לוקאס 8:2
11 Referans Kwoze  

און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער.


און ביים בוים פון יהושען/ישוען זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה.


די אלע האבן איינשטימיק אנגעהאלטן אין תפילה טאן, צוזאמען מיט די פרויען, און מרים ישועס מוטער און מיט זיינע ברידער.


די פרויען אבער, וואס האבן אים באגלייט פון גליל, זענען נאכגעגאנגען, און האבן געזען דאס קבר, און וויאזוי זיין קערפער איז געלייגט געווארן.


עס זענען אבער געשטאנען אלע זיינע באקאנטע פונדערווייטנס, און די פרויען, וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט פון גליל, און האבן דאס צוגעזען.


און עס האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון עם און פרויען, וואס האבן אים באקלאגט און באוויינט.


און יהושע/ישוע האט אים געפרעגט: וואס איז דער נאמען דיינער? און ער האט געזאגט: לעגיאן! ווייל א סך בייזע גייסטער זענען אריין אין אים.


און ווען עס איז געווארן אויס שבת, האבן מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב, און שלומית געקויפט געווירצן, כדי זיי זאלן אהינגיין אים צו זאלבן.


און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite