Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 7:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 ווארום אויך איך בין א מענטש, וואס איז געשטעלט אונטער מאכט, און האב אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם דאזיקן: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום! און ער קומט; און צו דעם קנעכט מיינעם: טו דאס! און ער טוט עס.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 7:8
12 Referans Kwoze  

איר קנעכט, זייט געהארכזאם אין אלעם צו אייערע הארן לויטן פלייש, נישט צו דינען נאר פארן אויג, ווי די, וועלכע זענען אויסן חן ביי מענטשן, נאר מיט אן אויפריכטיקייט פון דעם הארצן, פארכטנדיק זיך פאר דעם האר;


און פוילוס האט גערופן איינעם פון די אפיצירן, און געזאגט: פיר דעם דאזיקן יונגנמאן צום הויפטמאן, ווארום ער האט אים עפעס צו דערציילן.


איך האב אבער נישט עפעס גענויעס צו שרייבן וועגן אים צו מיין האר. דערפאר האב איך אים געברענגט פאר אייך, און איבערהויפט פאר דיר, קעניג אגריפא, כדי נאך דער אויספארשונג זאל איך האבן וואס צו שרייבן.


און האט באפוילן דעם אפיציר אים צו היטן מיט מילדקייט, און נישט צו שטערן קיינעם פון זיינע פריינד אים צו באדינען.


קלוידיוס ליזיאס צום חשובסטן גובערנאטאר פעליקס, שלום.


און האט גערופן צוויי פון די אפיצירן, און געזאגט: גרייט צו צוויי הונדערט זעלנער, וואס זאלן גיין קיין קיסריה, און זיבעציק רייטער, און צוויי הונדערט שפיזנטרעגער, אין דער דריטער שעה פון דער נאכט;


צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן!


און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט איבער אים, און האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו דעם המון מענטשן, וואס האט אים נאכגעפאלגט: איך זאג אייך, נישט אפילו אין ישראל האב איך געפונען אָט אזא אמונה!


די זעלנער האבן דעריבער גענומען פוילוסן, לויט ווי עס איז זיי באפוילן געווארן, און אים אוועקגעפירט ביינאכט קיין אנטיפאטריס.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite