49 און די מיטזיצנדיקע האבן אנגעהויבן צו זאגן צווישן זיך: ווער איז דאס דער דאזיקער, וואס איז אפילו מוחל זינד?
פארוואס רעדט ער אזוי? ער לעסטערט דאך! ווער קען מוחל זיין זינד אחוץ נאר ה׳ אליין?
און זע, אייניקע פון די סופרים האבן זיך געטראכט: דער דאזיקער לעסטערט.
און עס איז געשען, בשעת ער איז געזעסן אין הויז צום טיש, זע, א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים זענען געקומען און האבן זיך אנידערגעזעצט צוזאמען מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים.