Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 7:39 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

39 אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 7:39
25 Referans Kwoze  

און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.


און די פרושים און סופרים האבן געמורמלט, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער נעמט אויף חוטאים און עסט מיט זיי!


ווארום פון אינעווייניק, אויס דעם הארצן פון די מענטשן, קומען ארויס די בייזע מחשבות, זנות, גנבות, רציחות,


זיי האבן דעריבער צום צווייטן מאל גערופן דעם מענטשן, וואס איז געווען בלינד, און געזאגט צו אים: גיב אפ כבוד צו ה׳; מיר ווייסן, אז דער דאזיקער מענטש איז א חוטא.


און עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה איבער אים צווישן די מאסן; א טייל האבן געזאגט: ער איז א גוטער מענטש; אנדערע אבער האבן געזאגט: ניין, ער פארפירט נאר דעם עולם.


זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא.


און א לאנגע צייט האט ער נישט געוואלט; דערנאך אבער האט ער געזאגט צו זיך אליין: הגם איך האב נישט מורא פאר ה׳ און שויען נישט קיין מענטשן,


און דער פארוואלטער האט צו זיך געזאגט; וואס זאל איך טאן? מיין האר נעמט אוועק פון מיר די פארוואלטונג! גראבן קען איך נישט; בעטלען שעם איך מיך.


און זע, אין דער שטאט איז געווען א געוויסע זינדיקע פרוי; און דערוויסנדיק זיך, אז ער זיצט צום טיש אין דעם פרושס הויז, האט זי געברענגט אן אלאבאסטער פלאש מיט מירע אייל,


ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.


און ער האט זיך מישב געווען, זאגנדיק: וואס זאל איך טאן, אז איך האב נישט וואו איינצוזאמלען מיינע פירות?


אָט אזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטע—לעצטע.


די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.


און האט זיך געשטעלט פון הינטן ביי זיינע פיס, און האט אנגעהויבן צו באנעצן זיינע פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיט די האר פון איר קאפ, און האט געקושט זיינע פיס און זיי געזאלבט מיט דער מירע.


און ענטפערנדיק, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: שמעון, איך האב דיר עפעס צו זאגן. און ער האט געזאגט: רבי, זאג!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite