34 דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און איר זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים!
און די פרושים און סופרים האבן געמורמלט, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער נעמט אויף חוטאים און עסט מיט זיי!
מען האט דעריבער דארטן פאר אים געמאכט א סעודה, און מרתא האט באדינט; אלעזר אבער איז געווען איינער פון די, וואס זענען געזעסן מיט אים ביים טיש.
און זעענדיק דאס, האבן אלע געמורמלט, אזוי צו זאגן: ביי אן איש חוטא איז ער אריינגעגאנגען זיך אויפצוהאלטן!
און עס איז געשען, ווען ער איז א שבת אריינגעגאנגען אינם הויז פון איינעם פון די הויפט פרושים, כדי צו עסן ברויט, און זיי האבן געלויערט אויף אים.
און איינער פון די פרושים האט אים פארבעטן, צו עסן מיט אים. און ער איז אריינגעגאנגען אין דעם פרושס הויז, און האט זיך געזעצט צום טיש.
און לוי האט פאר אים געמאכט א גרויס מאלצייט אין זיין הויז, און עס איז געווען א גרויסער עולם שטייער אויפמאנער און אנדערע, וואס זענען געזעסן מיט זיי (ביים טיש).
און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו זיינע תלמידים: פארוואס עסט אייער רבי מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?
און אויך יהושע/ישוע און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה.
און בשעת ער האט גערעדט, האט א פרוש אים פארבעטן, אז ער זאל עסן ביי אים. און ער איז אריינגעגאנגען און האט זיך געזעצט צום טיש.
מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע?
דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און מען זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט פון אירע מעשים.
ווארום יוחנן (פון דער ירדן מקווה) איז געקומען און האט נישט געגעסן קיין ברויט און נישט געטרונקען קיין וויין; און איר זאגט: ער האט א בייזן גייסט!
און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט אין אלע אירע קינדער.