Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 7:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר האט געזען און געהערט: בלינדע ווערן זעענדיק, לאמע גייען ארום, מצורעים ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, טויטע שטייען אויף, צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. (ישעיהו לה, ה-ו; סא, א.)

Gade chapit la Kopi




לוקאס 7:22
31 Referans Kwoze  

דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, ווייל ער האט מיך געזאלבט, כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,


הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב!


און עס זענען געקומען צו אים בלינדע און לאמע אין בית המקדש, און ער האט זיי געהיילט.


אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


און אין יענער שעה האט ער א סך געהיילט פון קראנקייטן און פון פלאג און פון בייזע גייסטער; און א סך בלינדע האט ער געשענקט די ראיה.


ווארום פון א סך פון די, וואס האבן געהאט אומריינע גייסטער, זענען (די דאזיקע) ארויס, שרייענדיק מיט א הויך קול, און א סך פאראליזשירטע און לאמע זענען געהיילט געווארן.


און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע.


בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.


און געבענטשט איז דער, וועלכער וועט נישט שטרויכלען אין מיר.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite