Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 6:42 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

42 וויאזוי קענסטו זאגן צום ברודער דיינעם: ברודער, לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין אויג; בעת אליין זעסטו נישט דעם קלאץ אין דיין אויג? דו צבועק, נעם צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג, און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 6:42
24 Referans Kwoze  

ווארום דער, וועמען עס פעלן די דאזיקע (מידות טובות), איז בלינד, קורצזיכטיק, און האט פארגעסן די רייניקונג פון זיינע אלטע חטאים.


ווען דעריבער עמיצער וועט זיך לייטערן פון די דאזיקע, וועט ער זיין א כלי צו כבוד, געהייליקט, נוצלעך פאר דעם האר, גרייט צו כלערליי מעשים טובים.


און דאס אלץ איז פון ה׳, וועלכער האט אונדז געמאכט שלום (ישעיהו נג, ה.) מיט זיך אליין דורך דעם משיח און אונדז געגעבן די עבודה פון די מאכן פון שלום;


דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן;


און געזאגט: דו, וועלכער ביסט פול מיט יעדער כיטרעקייט און נידערטרעכטיקייט, דו זון פון דעם טייוול, שונא פון יעדער גערעכטיקייט, צי וועסטו נישט אויפהערן צו פארקרימען די רעכטע וועגן פון דעם האר (ה׳)?


דו האסט נישט קיין חלק און נישט קיין נחלה אין דער דאזיקער זאך, ווארום דיין הארץ איז נישט אויפריכטיק פאר ה׳.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער!


אבער דער האר האט אים געענטפערט און געזאגט: צבועקעס, צי בינדט דען נישט יעדער איינער פון אייך אויף אום שבת דעם אקס זיינעם אדער דאס אייזל פון דער קאריטע און פירט עס אוועק אנצוטרינקען?


און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון יהושע/ישוע, וואס ער האט אים געהאט געזאגט: איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט ביטער געוויינט.


און וואס זעסטו דאס שפענדל אין דיין ברודערס אויג, אבער דעם קלאץ, וואס איז אין דיין אויג, באמערקסטו נישט?


אדער ווי אזוי קענסטו זאגן צו דיין ברודער: לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל פון דיין אויג; און זע, דער קלאץ איז אין דיין אויג?


און פארוואס זעסטו דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג, און באמערקסט נישט דעם קלאץ אין דיין אייגן אויג?


ווארום עס איז נישטא קיין גוטער בוים, וואס ברענגט שלעכטע פרוכט; און ווידער אויך נישט קיין שלעכטער בוים, וואס ברענגט גוטע פרוכט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite