6 און ווען זיי האבן דאס דאזיקע געטאן, האבן זיי געכאפט א גרויסע מענגע פיש; זייערע נעצן אבער האבן זיך צעריסן.
דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר.
לאמיר נישט ווערן מיד צו טאן גוטס; ווארום מיר וועלן שניידן אין דער געהעריקער צייט, אויב מיר וועלן נישט מאט ווערן.
א סך אבער וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן געגלויבט; און די צאל פון די מענער איז געווען אן ערך פינף טויזנט.
און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.
און זיי האבן געמאכט צייכנס צו זייערע חברים אין דעם אנדערן שיפל, אז זיי זאלן קומען זיי העלפן; און זיי זענען געקומען און האבן אנגעפילט ביידע שיפלעך ביז צום זינקען.