Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 5:30 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

30 און די פרושים און זייערע סופרים האבן געמורמלט צו די תלמידים זיינע, אזוי צו זאגן: פארוואס עסט איר און טרינקט מיט שטייער אויפמאנער און זינדער?

Gade chapit la Kopi




לוקאס 5:30
16 Referans Kwoze  

און עס איז געווארן א גרויס געשריי; און עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע סופרים פון דעם צד פון די פרושים, און האבן געהאלטן א וויכוח, אזוי צו זאגן: מיר געפינען נישט קיין שום שלעכטס אין דעם דאזיקן מענטשן; און (וואס איז) אויב א גייסט אדער א מלאך האט צו אים גערעדט?


און זעענדיק דאס, האבן אלע געמורמלט, אזוי צו זאגן: ביי אן איש חוטא איז ער אריינגעגאנגען זיך אויפצוהאלטן!


און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין?


און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן.


ווארום די פרושים און אלע יידן, אויב זיי וואשן זיך נישט די הענט ביז צום עלנבויגן, עסן זיי נישט, ווייל זיי האלטן די מסורה פון די זקנים;


דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער.


אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.


דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און איר זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים!


מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע?


און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו זיינע תלמידים: פארוואס עסט אייער רבי מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?


און די סופרים פון די פרושים האבן געזען, אז ער עסט צוזאמען מיט חוטאים און מיט שטייער אויפמאנער, האבן זיי געזאגט צו די תלמידים זיינע: פארוואס עסט ער צוזאמען מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?


און ער האט זיי געפרעגט: איבער וואס האלט איר מיט זיי א וויכוח?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite