29 און לוי האט פאר אים געמאכט א גרויס מאלצייט אין זיין הויז, און עס איז געווען א גרויסער עולם שטייער אויפמאנער און אנדערע, וואס זענען געזעסן מיט זיי (ביים טיש).
און עס האבן זיך דערנענטערט צו אים אלע שטייער אויפמאנער און חוטאים, כדי אים צו הערן.
און אויב עמיצער פון די אומגלויביקע וועט אייך פארבעטן אויף א סעודה, און איר ווילט גיין, זאלט איר עסן אלץ, וואס מען וועט אוועקשטעלן פאר אייך, און נישט נאכפרעגן צוליב דעם געוויסן.
מען האט דעריבער דארטן פאר אים געמאכט א סעודה, און מרתא האט באדינט; אלעזר אבער איז געווען איינער פון די, וואס זענען געזעסן מיט אים ביים טיש.
און עס איז געשען, בשעת ער (יהושע/ישוע) איז געזעסן אין זיין (לויס) הויז צום טיש, און א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים האבן זיך אנידערגעזעצט מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים; ווארום עס זענען געווען א סך, און זיי האבן אים נאכגעפאלגט.
און עס איז געשען, בשעת ער איז געזעסן אין הויז צום טיש, זע, א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים זענען געקומען און האבן זיך אנידערגעזעצט צוזאמען מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים.
מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע?
און ווען יהושע/ישוע איז פון דארטן ווייטער געגאנגען, האט ער געזען א מענטשן זיצן ביים הויז פון שטייער, ער האט געהייסן מתתיהו, און ער זאגט צו אים: פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט.
דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און מען זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט פון אירע מעשים.