22 יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער?
און ער האט צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אזוי דערשראקן, און פארוואס שטייגן אויף ספקות אין אייער הארץ?
פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד?
און יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר (אזעלכע) מחשבות, ווייל איר האט נישט קיין ברויט? צי פארשטייט איר נאך אלץ נישט און זענט נישט משיג? איז אייער הארץ נאך אלץ פארהארטעוועט?
און וויסנדיק זייערע געדאנקען, האט ער צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, ווערט פארוויסט; און יעדע שטאט אדער הויז, וואס איז נישט אייניק מיט זיך אליין, וועט נישט בלייבן שטיין.
און זעענדיק זייערע געדאנקען, האט יהושע/ישוע געזאגט: פארוואס טראכט איר בייז אין אייערע הערצער?
און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.
ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן.
יהושע/ישוע האט זיך אבער דערפון דערוואוסט, און איז אוועק פונדאנען; און א סך האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אלע געהיילט,
און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין?
וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן, אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי?