Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 5:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 האט ער געזען צוויי שיפלעך ליגן ביים ים ברעג, און די פישער זענען אויסגעשטיגן פון זיי און האבן געוואשן די נעצן.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 5:2
7 Referans Kwoze  

און גייענדיק אביסל ווייטער, האט ער געזען יעקב בן זבדי און יוחנן זיין ברודער, אויך זיי זענען געווען אינם שיפל פארריכטנדיק די נעצן.


און ווען ער איז פון דארטן ווייטערגעגאנגען, האט ער געזען אנדערע צוויי ברידער, יעקב בן זבדי, און יוחנן זיין ברודער, אין דעם שיפל מיט זייער פאטער זבדי, פארריכטנדיק זייערע נעצן; און ער האט זיי גערופן.


און ווי ער איז ארומגעגאנגען ביים ים פון גליל, האט ער געזען צוויי ברידער, שמעון, וואס מען רופט אים פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, ווארפן א נעץ אין ים אריין; מחמת זיי זענען געווען פישערלייט.


און פארבייגייענדיק ביים ים פון גליל, האט ער געזען שמעונען און אנדריי שמעונס ברודער ווארפן א נעץ אין ים אריין; ווארום זיי זענען געווען פישערלייט.


און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת;


איז ער איינגעשטיגן אין איינס פון די שיפלעך, וועלכעס האט געהערט שמעונען, און האט אים געבעטן אוועקצופארן אביסל פון דער יבשה; און האט זיך אנידערגעזעצט און געלערנט די המונים מענטשן אויס דעם שיפל ארויס.


איינער פון די צוויי, וואס האבן געהערט פון יוחנן און האבן אים נאכגעפאלגט, איז געווען אנדריי, דער ברודער פון שמעון פעטרוס.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite