15 אבער דער באריכט וועגן אים האט זיך נאכמער פארשפרייט, און גרויסע מאסן מענטשן זענען זיך צוזאמענגעקומען, אים צו הערן און געהיילט צו ווערן פון זייערע שלאפקייטן.
דערווייל האט זיך פארזאמלט א המון פון טויזנטער מענטשן, אזוי אז זיי האבן זיך געטרעטן איינס דאס אנדערע, האט ער אנגעהויבן צום ערשט צו זאגן צו זיינע תלמידים: היט זיך פאר דעם זויערטייג פון די פרושים, וועלכעס איז צביעות.
ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.
און דער דאזיקער שם האט זיך פארשפרייט איבער יענעם גאנצן לאנד.
און גלייך האט זיך זיין שם פארשפרייט אומעטום אין דער גאנצער געגנט ארום גליל.
און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, ווייל זיי האבן געזען די נסים, וואס ער האט געטאן מיט די קראנקע.
און עס זענען מיטגעגאנגען מיט אים גרויסע מאסן מענטשן, און ער האט זיך אויסגעדרייט, און צו זיי געזאגט:
און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען מיט זיינע תלמידים צום ים, און א גרויסער עולם מענטשן פון גליל האט נאכגעפאלגט; און פון יהודה,
און אויך אזוי די מעשים טובים זענען באשיימפערלעך קלאר פארויס, און די, וואס זענען נישט אזוי, קענען דאך נישט פארבארגן ווערן.
זיי אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אים באקאנט געמאכט איבער יענעם גאנצן לאנד.