Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 5:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און אויך אזוי יעקבן און יוחנן, זבדיס זין, וואס זענען געווען שמעונס חברים. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו שמעונען: האב נישט קיין מורא; פון איצט אָן וועסטו פאנגען מענטשן.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 5:10
14 Referans Kwoze  

ווידער איז דאס מלכות השמים גלייך צו א נעץ, וואס איז אראפגעלאזט געווארן אין ים אריין, און וואס פאנגט פון אלע מינים.


און ער זאגט צו זיי: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן פאר פישערס פון מענטשן!


און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן צו ווערן פישערס פון מענטשן!


און זיי האבן געמאכט צייכנס צו זייערע חברים אין דעם אנדערן שיפל, אז זיי זאלן קומען זיי העלפן; און זיי זענען געקומען און האבן אנגעפילט ביידע שיפלעך ביז צום זינקען.


און וואס שייך טיטוסן, איז ער מיין חבר און מיטארבעטער צווישן אייך; און וואס שייך אונדזערע ברידער, זענען זיי שליחים פון קהלות, משיחס כבוד.


און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.


שמעונען, וועמען ער האט אויך א נאמען געגעבן פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, און יעקבן און יוחנן, און פיליפוסן און בר‑תלמי,


דעמאלט איז צוגעקומען צו אים די מוטער פון זבדיס קינדער מיט אירע זין, האט זיך געבוקט, און עפעס פארלאנגט פון אים.


יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא!


און ווען ער איז פון דארטן ווייטערגעגאנגען, האט ער געזען אנדערע צוויי ברידער, יעקב בן זבדי, און יוחנן זיין ברודער, אין דעם שיפל מיט זייער פאטער זבדי, פארריכטנדיק זייערע נעצן; און ער האט זיי גערופן.


ווארום עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און אלע, וואס זענען געווען מיט אים איבער דעם פישפאנג, וואס זיי האבן געפאנגען,


עס זענען געווען צוזאמען שמעון פעטרוס און תומא, וואס מען האט אים גערופן דידומאס, און נתנאל פון קנה אין גליל, און זבדיס זין, און אנדערע צוויי פון זיינע תלמידים.


און ווידער ניכטער צו ווערן אויס דעם שׂטנס פאסטקע ארויס, וואס ער האט זיי געפאנגען צו זיין ווילן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite