Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 4:41 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

41 און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 4:41
14 Referans Kwoze  

און ער האט געהיילט א סך, וואס האבן געהאט פארשיידענע קראנקייטן, און פיל בייזע גייסטער האט ער ארויסגעטריבן; און האט די בייזע גייסטער נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן אים געקענט.


גלויבסט, אז עס איז פאראן איין ג‑ט? דו טוסט וואויל! אפילו די טייוולאנים גלויבן עס און ציטערן.


און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.


און די אומריינע גייסטער, ווען זיי האבן אים געזען, זענען אנידערגעפאלן פאר אים, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער!


און דער אויספרואווער איז צוגעקומען און האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג, אז די דאזיקע שטיינער זאלן ווערן ברויט!


יהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער!


און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט?


און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג, און גיי ארויס פון אים!


און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!


און ווען עס איז געווארן אוונט, האט מען געברענגט צו אים א סך באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און ער האט ארויסגעטריבן די גייסטער מיט א ווארט, און אלע קראנקע געהיילט;


און ווען עס איז געווארן אוונט, ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האט מען געברענגט צו טראגן צו אים אלע קראנקע, און באזעסענע מיט בייזע גייסטער.


און ער האט זיך אנידערגעשטעלט איבער איר און האט אנגעשריגן דאס פיבער, און עס האט זי פארלאזט; און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען און האט זיי באדינט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite