Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 4:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 און אלע האבן עדות געזאגט אויף אים און האבן זיך געוואונדערט איבער די ליבלעכע ווערטער, וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מויל; און האבן געזאגט: צי איז דען דאס נישט יוספס זון?

Gade chapit la Kopi




לוקאס 4:22
20 Referans Kwoze  

און זיי האבן געזאגט; צי איז דען דער דאזיקער נישט יהושע/ישוע בן יוסף, וועמעס פאטער און מוטער מיר קענען? וויאזוי זאגט ער דאס איצט: איך בין אראפגעקומען פון הימל?


א געזונט ווארט, וואס קען נישט באשולדיקט ווערן; כדי דער קעגנער זאל זיך פארשעמען, נישט האבנדיק קיין שום שלעכטס צו זאגן פון אונדז.


און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט.


האבן די משרתים געענטפערט: עס האט נאך קיינמאל קיין מענטש נישט אזוי גערעדט, ווי דער דאזיקער מענטש רעדט.


ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן.


און אלע, וואס האבן אים געהערט, האבן געשטוינט איבער זיין שכל און זיינע תשובות.


און ווען זיי האבן אים דערזען, זענען זיי געווארן אויסער זיך, און זיין מוטער האט צו אים געזאגט; קינד, פארוואס האסטו אונדז אזוי געטאן? זע, דיין פאטער און איך האבן דיך געזוכט מיט אנגסט.


און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צו זיי: היינט איז די דאזיקע שריפט מקוים געווארן אין אייערע אויערן.


פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite