13 און ווען דער שׂטן האט געענדיקט אלע אויספרווואונגען איז ער אוועק פון אים ביז אויף א צייט.
אונטערטעניקט זשע זיך צו ה׳; און שטעלט זיך אנטקעגן דעם שׂטן, און ער וועט אנטלויפן פון אייך.
ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.
איך וועל מער נישט רעדן קיין סך מיט אייך; ווארום דער שר פון דער וועלט קומט; און אין מיר האט ער גארנישט;
דעמאלט פארלאזט אים דער שׂטן; און זע, מלאכים זענען געקומען און האבן אים באדינט.
און יהושע/ישוע האט אים ענטפערנדיק געזאגט: עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר דיין ג‑ט. (דברים ו, טז.)
און יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט אין דער קראפט פונם גייסט קיין גליל; און א קלאנג איז ארויסגעגאנגען וועגן אים אין דער גאנצער אומגעגנט.