Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 3:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 האט יוחנן געענטפערט זאגנדיק צו אלעמען: איך טובל אייך טאקע מיט וואסער אין א מקווה, עס קומט אבער א שטארקערער פון מיר; וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער;

Gade chapit la Kopi




לוקאס 3:16
24 Referans Kwoze  

ווייל יוחנן האט געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש נישט אין פיל טעג ארום.


איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.


און איך האב אים נישט געקענט; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט טובל צו זיין מיט וואסער אין א מקווה, האט צו מיר געזאגט: אויף וועמען דו וועסט זען דעם גייסט אראפשוועבן, און בלייבן אויף אים, דער דאזיקער איז עס, וועלכער איז טובל אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.


האט יוחנן זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: איך בין טובל מיט וואסער אין א מקווה: אין אייער מיט שטייט (איינער), וועמען איר קענט נישט,


ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט.


דעריבער, אזוי ווי ער איז דערהויבן געווארן צו ה׳ס רעכטער האנט און האט באקומען די הבטחה פונם פאטער וואס שייך דעם רוח הקודש, האט ער דאס אויסגעגאסן, וואס איר זעט איצט און הערט.


דער, וואס גלויבט אין מיר, לויט ווי די שריפט (כתבי הקודש) זאגט, וועלן פון זיין לייב פליסן טייכן פון לעבעדיק וואסער.


בשעת פעטרוס האט נאך גערעדט די דאזיקע ווערטער, איז דער רוח הקודש געפאלן אויף אלע, וואס האבן געהערט דאס ווארט.


זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, און ער וועט גוט אויסרייניקן זיין דרעשעריי; און ער וועט איינזאמלען זיין ווייץ אין שייער אריין, אבער די פלעווע וועט ער פארברענען אין פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.


דער, וואס קומט נאך מיר, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיין שוך.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite