34 וועלכע האבן געזאגט: דער האר איז באמת אויפגעשטאנען, און האט זיך באוויזן צו שמעונען!
און אז ער האט זיך באוויזן צו כיפאן; שפעטער צו די צוועלף;
נאר גייט, זאגט זיינע תלמידים און פעטרוסן, אז ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארט וועט איר אים זען, לויט ווי ער האט אייך געזאגט.
און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!
האט יוחנן זיי געשיקט צו דעם האר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?
ער איז דא נישטא, נאר איז אויפגעשטאנען! דערמאנט זיך ווי ער האט גערעדט צו אייך, בשעת ער איז נאך געווען אין גליל, און געזאגט,
צו וועמען נאך זיין ליידן ער האט זיך באוויזן לעבעדיק דורך א סך זיכערע באווייזן, דערשיינענדיק צו זיי במשך פון פערציק טעג און רעדנדיק וועגן דעם, וואס האט א שייכות צום קעניגרייך פון ה׳;