Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 24:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק;

Gade chapit la Kopi




לוקאס 24:19
13 Referans Kwoze  

די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.


און משה איז געלערנט געווארן אין יעדער חכמה פון די מצריים, און געווען א גיבור אין זיינע ווערטער און מעשים.


מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,


ווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין.


זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא.


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.


ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.


האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: צי ביסטו אויך פון גליל? פארש און זע, אז פון גליל שטייט נישט אויף קיין נביא.


אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים.


און דער איינער מיטן נאמען קלעאפאס, האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: ביסטו דער איינציקער פרעמדער אין ירושלים, און ווייסט נישט וואס עס איז דארט געשען אין די דאזיקע טעג?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite