48 און אלע המונים מענטשן, וואס זענען זיך צונויפגעקומען צו דער דאזיקער זעונג, זעענדיק די זאכן, וואס זענען געשען, האבן זיך געשלאגן אויף דער ברוסט און זיך אומגעקערט.
און דער שטייער אויפמאנער איז געשטאנען פונדערווייטנס, האט אפילו נישט געוואלט אויפהויבן די אויגן צום הימל, נאר האט זיך געשלאגן אויף זיין ברוסט, אזוי צו זאגן: אָ, ה׳, זיי מיר מוחל, דעם חוטא!
און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן?
און אלע האבן געוויינט און געקלאגט איבער איר; ער אבער האט געזאגט: וויינט נישט, זי איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר.