Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 23:40 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

40 נאר דער אנדערער האט ענטפערנדיק אנגעשריגן אויף אים, און געזאגט: דו האסט אויך נישט קיין מורא פאר ה׳, ביסט דאך אין דעם זעלביקן משפט!

Gade chapit la Kopi




לוקאס 23:40
12 Referans Kwoze  

ווער וועט נישט מורא האבן פאר דיר, אָ האר, און נישט אפגעבן כבוד צו דיין נאמען? ווייל דו אליין ביסט הייליק; יא, אלע אומות (העולם) וועלן קומען און זיך בוקן פאר דיר; ווייל דיינע גערעכטע משפטים זענען אנטפלעקט געווארן.


און האט נישט קיין חברותאשאפט מיט די אומפרוכטבארע מעשים פון דער פינצטערניש, נאר ליבער זאלט איר זיי שטראפן;


איך וועל אייך אבער ווייזן פאר וועמען איר זאלט מורא האבן: האט מורא פאר אים, וואס נאכן טייטן, האט ער די מאכט אריינצואווארפן אין גיהנום אריין; יא, איך זאג אייך, פאר דעם דאזיקן זאלט איר מורא האבן!


און געלעסטערט דעם ג‑ט פון הימל פאר זייערע יסורים און פאר זייערע געשווירן; און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע מעשים.


און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט.


איינער אבער פון די פארברעכער, וואס זענען געהענגט געווארן, האט אים געלעסטערט, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דען נישט דער משיח? ראטעווע זשע דיך אליין און אונדז!


מיר טאקע מיט רעכט; ווארום מיר האבן באקומען דאס, וואס אונדזערע מעשים זענען ווערט געווען; ער אבער האט דאך נישט געטאן קיין שום עוולה!


און עס זענען געקומען די, וואס זענען געדונגען געווארן ארום דער עלפטער שעה, און האבן באקומען יעדער איין דינר.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite