36 און אויך די זעלנער האבן אים אויסגעלאכט, צוקומענדיק צו אים, און ברענגענדיק עסיק פאר אים. (תהלים סט, כא.)
און באלד איז איינער פון זיי געלאפן, און גענומען א שוואם, און זי אנגעפילט מיט עסיק, און ארויפגעטאן אויף א שטעקן, און האט אים געגעבן צו טרינקען.
און איינער איז געלאפן, און האט אנגעפילט א שוואם מיט עסיק, און זי ארויפגעזעצט אויף א שטעקן, און אים געגעבן צו טרינקען (תהלים סט, כב.), אזוי צו זאגן: לאזט; מיר וועלן זען אויב אליהו וועט קומען, כדי אים אראפצונעמען!
און האבן אים געגעבן צו טרינקען וויין געמישט מיט גאל; און ער האט עס טועם געווען און נישט געוואלט טרינקען.
און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.)