Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 23:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.)

Gade chapit la Kopi




לוקאס 23:34
26 Referans Kwoze  

איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך;


און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.


צאלט נישט אפ מיט שלעכטס פאר שלעכטס, אדער זידלווארט פאר זידלווארט, נאר להיפך: בענטשט; ווייל דערצו זענט איר בארופן געווארן, כדי איר זאלט ירשענען א ברכה.


בענטשט די, וואס רודפן אייך; בענטשט, שעלט נישט.


וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד;


מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן;


און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים.


און הארעווען, ארבעטנדיק מיט (אונדזערע) אייגענע הענט; שעלט מען אונדז, בענטשן מיר, ווערן מיר גערודפט, האלטן מיר אויס;


אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער!


האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו וואלסט נישט געהאט קיין שום מאכט קעגן מיר, אויב עס וואלט דיר נישט געגעבן געווארן פון אויבן; דערפאר האט א גרעסערע זינד דער, וואס האט מיך איבערגעגעבן צו דיר.


און זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים, און צעטיילן צווישן זיך זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל אויף זיי, וואס ווער זאל נעמען.


יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעלן פאר דיר.


אזוי צו זאגן: פאטער, אויב דו ווילסט, נעם אוועק פון מיר דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט מיין, נאר דיין רצון זאל געשען!


איך בעט דיך פאר זייערטוועגן; איך בעט נישט פאר דער וועלט, נאר פאר די, וועלכע דו האסט מיר געגעבן, ווייל זיי זענען דיין;


פוילוס אבער האט אויסגערופן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: טו דיר נישט קיין מעשה אָן, ווארום מיר זענען אלע דא.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite