3 און פילאטוס האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: דו זאגסט עס!
איך באפעל דיר פאר ה׳, וועלכער מאכט אלץ לעבעדיק, און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט עדות געזאגט פאר פאנטיוס פילאטוסן די גוטע באקענונג,
האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל.
האבן זיי אלע געזאגט: צי ביסטו דען דער זון פון דער אויבערשטער? און ער האט צו זיי געזאגט: איר זאגט עס, ווייל איך בין עס!
און פילאטוס האט אים געפרעגט: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו זאגסט עס!
און זענען געקומען צו אים און געזאגט: שלום דיר, מלך פון די יידן! און האבן אים געגעבן פאטש.
און איבער אים איז אויך געווען אן אויפשריפט: דאס איז דער קעניג פון די יידן.
דער משיח, דער קעניג פון ישראל! זאל ער איצט אראפשטייגן פון בוים, כדי מיר זאלן זען און גלויבן! אויך די, וואס זענען מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן, האבן אים מבזה געווען.
און האבן אנגעהויבן אים צו באגריסן: שלום, קעניג פון די יידן!
און יהושע/ישוע איז געשטעלט געווארן פאר דעם גובערנאטאר, און דער גובערנאטאר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און יהושע/ישוע האט געזאגט; דו זאגסט עס!
פילאטוס איז דעריבער ארויסגעגאנגען צו זיי אינדרויסן, און געזאגט; וואס פאר א באשולדיקונג ברענגט איר קעגן דעם דאזיקן מענטשן?