25 און האט באפרייט דעם, וואס איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד און מערדעריי, וועמען זיי האבן באגערט; יהושען/ישוען אבער האט ער איבערגעגעבן צו זייער ווילן.
איר אבער האט פארלייקנט דעם קדוש און צדיק, און פארלאנגט אז א מאן א רוצח זאל אייך באגנעדיקט ווערן,
און ווייל פילאטוס האט געוואלט טאן די געפעליקייט דעם המון, האט ער פאר זיי באפרייט בר‑אבאן, און האט איבערגעגעבן יהושען/ישוען, נאך דעם ווי ער האט אים געלאזט שמייסן, און אים איבערגעגעבן אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. (ישעיהו נג, ה.)
און זיי האבן ווידער א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: נישט דעם דאזיקן, נאר בר‑אבאן! און דער בר‑אבא איז געווען א בונטאר.
זיי אבער האבן זיך געהאלטן דערביי, און געזאגט: ער העצט אויף דאס פאלק, לערנט איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, און אנהויבנדיק פון גליל אזש ביז אהער!
און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח.
דאן האט ער זיי באפרייט בר‑אבאן; יהושען/ישוען אבער האט ער געלאזט שמייסן און אים איבערגעגעבן, אז ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים ווערן.
און פילאטוס האט געמשפט, אז זייער פאדערונג זאל געשען.
און ווי זיי האבן אים אוועקגעפירט, האבן זיי געכאפט א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פונם פעלד, און האבן ארויפגעלייגט אויף אים דעם בוים, אז ער זאל אים טראגן נאך יהושען/ישוען.
האט ער דעמאלט אים איבערגעגעבן צו זיי, אז ער זאל אויפהענגען אויף א בוים ווערן. זיי האבן דעריבער גענומען יהושען/ישוען;