21 זיי אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! אויפהענגען אים אויף דער בוים!
און זיי האבן א געשריי געטאן: אוועק, אוועק! אויפהענגען אויף דער בוים אים! זאגט פילאטוס צו זיי: דעם מלך אייערן זאל איך אויפהענגען אויף דער בוים אים? האבן די הויפט כהנים געענטפערט: מיר האבן נישט קיין מלך אחוץ דעם קיסר!
זיי אבער האבן אנגעהאלטן מיט הויכע קולות, פאדערנדיק, אז ער זאל אים אויפהענגען אויף א בוים. און די געשרייען זייערע האבן גובר געווען.
און זיי האבן נאכאמאל א געשריי געטאן: אויפהענגען אים אויף דער בוים!
און ווידער האט פילאטוס אויסגערופן צו זיי, וועלנדיק אפלאזן יהושען/ישוען;
און צום דריטן מאל האט ער צו זיי געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? איך האב נישט געפונען קיין שום טויט שולד אין אים; איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק און באפרייען.
און הגם זיי האבן נישט געפונען קיין טויטשולד אין אים, האבן זיי דאך פארלאנגט פון פילאטוסן, אז ער זאל אומגעברענגט ווערן.