Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 23:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 און צו זיי געזאגט: איר האט אהערגעברענגט דעם דאזיקן מענטשן פאר מיר, ווי א פאלקספארפירער; און זע, איך האב אים אויסגעפארשט פאר אייך, און האב נישט געפונען אין דעם דאזיקן מענטשן קיין שום שולד, וואס שייך דעם, וואס איר קלאגט אים אָן;

Gade chapit la Kopi




לוקאס 23:14
10 Referans Kwoze  

ווארום פאר אונדז איז געווען פאסן אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייבט איבער די הימלען;


און הגם זיי האבן נישט געפונען קיין טויטשולד אין אים, האבן זיי דאך פארלאנגט פון פילאטוסן, אז ער זאל אומגעברענגט ווערן.


און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!


און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט.


און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים!


אזוי צו זאגן: איך האב געזינדיקט, פארראטנדיק אומשולדיק בלוט! זיי אבער האבן געזאגט: וואס גייט דאס אונדז אָן? זארג דו וועגן דעם!


און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite