44 און א טויט אנגסט איז אויף אים געקומען, און ער האט העפטיקער תפילה געטאן; און זיין שווייס איז געווארן ווי בלוטסטראפן, וואס זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד.
וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט.
ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי?
איצט איז מיין נפש באאומרואיקט; און וואס זאל איך זאגן? פאטער, זיי מיך מציל פון דער דאזיקער שעה? אבער צוליב דעם בין איך דאך געקומען צו דער דאזיקער שעה.
און ווען ער איז אויפגעשטאנען נאך דער תפילה און איז געקומען צו די תלמידים, האט ער זיי געפונען שלאפן פאר צער.