11 און זאגט דעם בעל הבית פון דעם הויז: דער רבי לאזט דיר זאגן: וואו איז דאס גאסט צימער, וואו איך וועל עסן דאס (קרבן) פסח מיט מיינע תלמידים?
און האבנדיק דאס געזאגט, איז זי אוועקגעגאנגען, און האט גערופן איר שוועסטער שטילערהייט, און געזאגט צו איר: דער רבי איז דא און רופט דיך.
אָט שטיי איך פאר דער טיר און קלאפ; ווען עמיצער וועט הערן מיין קול און עפענען די טיר, וועל איך אריינקומען צו אים און עסן מיט אים די סעודה, און ער מיט מיר.
און זיי האבן געזאגט: דער האר דארף עס האבן!
און אויב עמיצער וועט אייך פרעגן: פארוואס בינדט איר עס אויף? זאלט איר אזוי זאגן: דער האר דארף עס האבן!
און ווי יהושע/ישוע איז געקומען צו דעם ארט, האט ער ארויפגעבליקט און געזאגט צו אים: זכי, קום געשווינט אראפ; ווארום היינט מוז איך איינשטיין ביי דיר אין הויז!
און אויב עמיצער וועט אייך עפעס זאגן, זאלט איר זאגן: דער האר דארף זיי האבן; און ער וועט זיי גלייך שיקן.
און וואו נאר ער וועט אריינגיין, זאלט איר זאגן צום בעל הבית: דער רבי זאגט: וואו איז מיין גאסט שטוב, אין וועלכער איך זאל עסן דאס קרבן פסח מיט מיינע תלמידים?
האט ער צו זיי געזאגט: זע, ווען איר וועט אריינקומען אין דער שטאט, וועט אייך אנטקעגנקומען א מענטש טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן אין דעם הויז, אין וועלכן ער גייט אריין.
און יענער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערשטוב אויסגעשטאט מיט הסב‑בעטן; דארטן זאלט איר עס צוגרייטן.