9 ווען אבער איר וועט הערן פון מלחמות און מהומות, זאלט איר זיך נישט שרעקן, ווארום דאס מוז קודם כל געשען; נאר דער קץ איז נישט באלד.
ווען אבער די דאזיקע זאכן הויבן אָן געשען, זאלט איר זיך אויפריכטן און אויפהויבן אייערע קעפ, ווייל אייער גאולה דערנענטערט זיך.
און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין!
דעמאלט האט ער געזאגט צו זיי: א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה;