Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 20:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 20:21
16 Referans Kwoze  

און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן.


ווארום זוך איך דען איצט צו געווינען מענטשן, אדער ה׳? אדער זוך איך צו געפינען חן ביי מענטשן? אויב איך וואלט נאך געזוכט צו געפינען חן ביי מענטשן, וואלט איך נישט געווען משיחס קיין קנעכט.


ווארום מיר זענען נישט ווי א סך אנדערע, וואס מאכן שאכער‑מאכער מיט ה׳ס ווארט; נאר ווי פון א לויטער הארץ, נאר ווי פון ה׳ פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח.


דער דאזיקער איז געקומען צו אים ביינאכט, און האט צו אים געזאגט: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט א לערער, געקומען פון ה׳; ווארום קיינער קען נישט טאן די דאזיקע נסים, וואס דו טוסט, אויב ה׳ איז נישט מיט אים.


און ווען זיי זענען געקומען, זאגן זיי צו אים: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און פרעגסט נישט אויף קיינעם; ווארום דו קוקסט נישט אויפן פנים פון מענטשן, נאר אויף אן אמת לערנסטו דעם וועג פון ה׳. צי מעג מען געבן מס צום קיסר, אדער נישט? זאלן מיר געבן אדער נישט געבן?


אבער פון די, וואס האבן אויסגעזענען פאר עפעס צו זיין—עס מאכט מיר גארנישט אויס, וואס זיי זענען אמאל געווען: ה׳ איז נישט קיין נושא פנים פון א מענטשן—מיר האבן די חשובים גארנישט צוגעלייגט;


און זיי האבן געלויערט אויף אים, און געשיקט שפיאנען, וואס האבן זיך פארשטעלט פאר צדיקים, כדי אים צו פאנגען מיט א ווארט, אז זיי זאלן אים איבערגעבן צו דער ממשלה און דער מאכט פון דעם גובערנאטאר.


מעגן מיר געבן שטייער צום קיסר, אדער נישט?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite