15 און זיי האבן אים ארויסגעווארפן אויסער דעם וויינגארטן, און אים דערהרגעט. וואס זשע וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן צו זיי?
דערפאר האט אויך יהושע/ישוע געליטן מחוץ לשער, כדי צו הייליקן דאס פאלק דורך זיין אייגן בלוט.
נאר ווי די גערטנער האבן אים דערזען, האבן זיי זיך איבערגעלייגט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: דער דאזיקער איז דער יורש; לאמיר אים טייטן; כדי די ירושה זאל ווערן אונדזער.
ער וועט קומען און אומברענגען די דאזיקע גערטנער, און דעם וויינגארטן געבן צו אנדערע. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי געזאגט: חלילה!