Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 2:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 און שמעון האט זיי געבענטשט און געזאגט צו מרים, זיין מוטער: זע, ער איז באשטימט צום פאלן און אויפשטיין פון א סך אין ישראל, און אלס א צייכן, וואס וועט ווידערגעשפראכן ווערן; (ישעיהו ח, יד-טו.)

Gade chapit la Kopi




לוקאס 2:34
38 Referans Kwoze  

רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מיכשול, און פאר גריכן א נארישקייט;


(און ווער עס פאלט אויף דעם דאזיקן שטיין, דער וועט צעשמעטערט ווערן; אויף וועמען אבער ער וועט פאלן, וועט ער אים צעמאלן.)


אויב איר ווערט געזידלט צוליב דעם נאמען פונם משיח, איז וואויל אייך; ווייל דער (גייסט) פון כבוד און דער גייסט פון ה׳ רוט אויף אייך.


און עס איז דאך אָן ווידערשפרוך, אז דער קלענערער ווערט געבענטשט פונם גרעסערן.


פארוואס? ווייל זיי האבן זי געזוכט נישט דורך אמונה נאר דורך מעשים, האבן זיי געשטרויכלט ביים שטיין פון שטרויכלונג;


און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.


ווארום מיר האבן געפונען דעם דאזיקן מאן ווי א פעסט, און אן אויפהעצער צו מחלוקת צווישן אלע יידן איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, א מנהיג פון דער כיתה פון די נוצרים;


און ווי זיי האבן זיי נישט געפונען, האבן זיי ארויסגעשלעפט יאזאנען און אייניקע ברידער צו די מנהיגים פון דער שטאט, שרייענדיק: די דאזיקע לייט, וועלכע האבן אויפגעברויזט די וועלט, זענען אויך אהערגעקומען;


און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.


די מלכים פון דער ערד האבן זיך אויפגעשטעלט, און די פירשטן האבן זיך אינאיינעם פארזאמלט, קעגן דעם האר און קעגן זיין משיח. (תהלים ב, א-ב.)


דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג‑ט.


ווארום יעדער איינער, וואס טוט שלעכטס, האט פיינט דאס ליכט, און קומט נישט צו דעם ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן נישט אויפגעדעקט ווערן.


און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.


און בשעת ער האט נאך גערעדט צו די המונים מענטשן, זע, זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געשטאנען אינדרויסן, און האבן באגערט צו רעדן מיט אים.


דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און מען זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט פון אירע מעשים.


ווארום דער דאזיקער מלכי‑צדק, קעניג פון שלם, א כהן פון ג‑ט דעם אויבערשטער, וואס איז אנטקעגנגעגאנגען אברהמען, ווען ער האט זיך אומגעקערט פונם שלאגן די מלכים און אים געבענטשט,


מיר ווילן אבער הערן פון דיר, וואס דו דענקסט; ווארום וואס שייך דער דאזיקער כיתה, איז אונדז באקאנט, אז אומעטום רעדט מען קעגן איר.


און אויך דיין אייגענער זעל וועט דורכדרינגען א שווערד; כדי די מחשבות פון א סך הערצער זאלן אנטפלעקט ווערן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite