42 אזוי צו זאגן, אָ, ווען אויך דו וואלסט געוואוסט אין דעם דאזיקן טאג דאס, וואס האט א שייכות צו דיין שלום! איצט אבער איז עס פארהוילן פון דיינע אויגן.
אזוי ווי עס איז געזאגט געווארן: היינט אויב איר וועט הערן זיין קול, זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה.
דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע—
נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד;
און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!
און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם).
דעריבער, אזוי ווי דער רוח הקודש זאגט: היינט, אויב איר וועט הערן זיין קול,
און ווי ער איז צוגעקומען נענטער און האט געזען די שטאט, האט ער זיך צעוויינט איבער איר,
עס וועלן קומען טעג אויף דיר, און דיינע שונאים וועלן ווארפן א וואל ארום דיר, און וועלן דיך ארומרינגלען, און באלאגערן פון אלע זייטן;