36 און בשעת ער איז געגאנגען, האבן זיי אויסגעשפרייט זייערע קליידער אויפן וועג.
און דאס רוב פון דעם המון האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אפגעבראכן צווייגן פון די ביימער,
און זיי האבן עס געברענגט צו יהושען/ישוען, און האבן ארויפגעווארפן זייערע מלבושים אויף דעם אייזל, און ארויפגעזעצט יהושען/ישוען דערויף. (זכריה ט, ט.)
און ווען ער האט זיך שוין דערנענטערט צום אראפגאנג פון דעם הר הזיתים, האט די גאנצע מאסע תלמידים אנגעהויבן פריידיק צו לויבן ה׳ מיט א הויך קול פאר אלע גבורות, וואס זיי האבן געזען,