26 איך זאג אייך, אז יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט אפילו אוועקגענומען ווערן דאס, וואס ער האט יא.
היט זיך, אז איר זאלט נישט פארלירן, וואס מיר האבן דערווארבן, נאר נעמט אפ א פולן שכר.
דעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט.
דערפאר זאג איך אייך: דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט אוועקגענומען ווערן פון אייך, און געגעבן ווערן צו א פאלק, וואס ברענגט זיינע פירות.
מחמת ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; ווער אבער עס האט נישט, פון דעם וועט אויך אוועקגענומען ווערן, וואס ער האט יא.
ווארום ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן; און ווער עס האט נישט, פון דעם וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא.
און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד.
איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.
און דער פארוואלטער האט צו זיך געזאגט; וואס זאל איך טאן? מיין האר נעמט אוועק פון מיר די פארוואלטונג! גראבן קען איך נישט; בעטלען שעם איך מיך.
ווארום עס שטייט געשריבן אין ספר תהלים: זאל זיין וואוינונג ווערן א מדבר, און זאל זיך קיין איינוואוינער נישט געפינען אין איר; און; זיין אויפזיכט זאל אן אנדערער איבערנעמען. (תהלים סט, כו; קט, ח.)
און זיי האבן געזאגט צו אים: האר, ער האט דאך שוין צען מנים.