Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 19:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 ער האט דעריבער געזאגט: א געוויסער איידלמאן איז אוועק אין א ווייט לאנד אריין, צו נעמען פאר זיך א מלכות, און זיך אומצוקערן.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 19:12
18 Referans Kwoze  

וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.


אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.


פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.


און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צום פאלק דאס דאזיקע משל: א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן אויף א לאנגער צייט.


זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.


ווארום ער דארף קעניגן, ביז ער וועט לייגן אלע זיינע פיינט אונטער זיינע פיס. (תהלים קי, א.)


ווייל ער האט פעסטגעזעצט א טאג, אין וועלכן ער וועט משפטן די וועלט מיט גערעכטיקייט דורך א מאן, וועמען ער האט באשטימט דערצו; און האט אלעמען געגעבן א פארזיכערונג, אויפוועקנדיק אים פון די טויטע.


און עס איז געשען, בשעת דעם בענטשן זיי, האט ער זיך פון זיי אפגעשיידט, און איז ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.


און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)


און ער האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי אין משלים. א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים ארומגערינגלט מיט א פלויט, און האט געגראבן א קעלטער, און געבויט א טורעם, און האט אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן.


די גערטנער אבער, ווי זיי האבן אים דערזען, האבן געזאגט צווישן זיך: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און צונעמען זיין ירושה.


און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite