Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 18:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 איך פאסט צוויי מאל אין דער וואך; איך גיב מעשר פון אלעם, וואס איך דערווערב.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 18:12
24 Referans Kwoze  

נאר וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר גיט אפ מעשר פון מיענטע און רוטע און פון יעדן קרייטעכצער, און זענט עובר אויף דעם משפט און דער ליבע פון ה׳; די דאזיקע האט איר געדארפט טאן און יענע אויך נישט אויסלאזן.


דעמאלט קומען צו אים יוחננס תלמידים, און זאגן: פארוואס פאסטן מיר און די פרושים אפט מאל, דיינע תלמידים אבער פאסטן נישט?


און אזוי אויך איר, ווען איר וועט האבן געטאן אלץ, וואס איז אייך באפוילן געווארן, זאלט איר זאגן: מיר זענען אומנוצלעכע קנעכט; מיר האבן געטאן וואס עס איז געווען אונדזער חוב!


ווארום די קערפערלעכע איבונג ברענגט ווייניק נוצן; יראת שמים אבער איז נוצלעך צו אלעם, האבנדיק א הבטחה אויף דעם איצטיקן לעבן און אויף (עולם) הבא.


גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט טאן אייער צדקה פאר לייטן, כדי פון זיי געזען צו ווערן; און אויב נישט, האט איר נישט קיין שכר ביי אייער פאטער, וואס איז אין הימל.


נישט פון מעשים (טובים), כדי קיינער זאל זיך נישט בארימען.


און בין איבערגעשטיגן אין דעם יידישן דת העכער פון א סך מיינסגלייכן אין יארן צווישן מיין פאלק, זייענדיק א זייער גרויסער קנאי פאר דער מסורה פון מיינע אבות.


אזוי, אז קיין בשר (ודם) זאל זיך נישט בארימען פאר ה׳.


וואו זשע איז די בארימעריי? זי איז אויסגעשלאסן. דורך וואס פאר א תורה? צי פון מעשים? ניין, נאר דורך דער תורה פון אמונה.


און ווען איר פאסט, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, מיט א זויער פנים; מחמת זיי פארפינסטערן זייערע פנימער, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן, אז זיי פאסטן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.


און ווען איר טוט תפילה, זאלט איר נישט זיין ווי די צבועקעס, ווייל זיי האבן ליב תפילה צו טאן ווען זיי שטייען אין די שולן און אויף די עקן פון די גאסן, כדי זיך צו באווייזן פאר מענטשן. באמת זאג איך אייך, זיי האבן שוין זייער שכר.


מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite