Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 17:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און דער האר האט געזאגט: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן פייגנבוים: ווארצל דיך אויס און פארפלאנץ דיך אינם ים; און ער וואלט אייך געהארכט.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 17:6
13 Referans Kwoze  

און ער זאגט צו זיי: צוליב אייער קליינגלויביקייט! מחמת באמת זאג איך אייך: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן בארג: הויב דיך אויף פונדאנען דארטן אהין! און ער וואלט זיך אויפגעהויבן, און קיין זאך וואלט נישט געווען אוממעגלעך פאר אייך.


יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: ווען איר זאלט האבן אמונה, און נישט צווייפלען, וועט איר טאן נישט נאר דאס מיט דעם פייגנבוים, נאר אפילו אויב איר וועט זאגן צו דעם דאזיקן בארג: הייב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין, וועט עס געשען.


יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט.


עס איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען און אריינגעווארפן אין זיין גארטן אריין. און עס איז אויפגעוואקסן און איז געווארן א בוים, און די פייגל פון הימל האבן זיך גענעסט אין זיינע צווייגן.


און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.


און ער איז געלאפן פארויס, און האט ארויפגעקלעטערט אויף א שקמה בוים, כדי אים צו זען; ווייל ער האט דארטן געזאלט פארבייגיין.


עס איז ווי א זענעפט קערנדל, וואס, ווען עס איז פארזייט אין דער ערד, הגם עס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות,


און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!


האט יוחנן זיי געשיקט צו דעם האר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?


ווער אבער פון אייך, וואס האט א קנעכט אקערן אדער פאשען, וועט זאגן צו אים, ווען ער קומט אריין פונם פעלד; גיי זעץ דיך תיכף צום טיש?


און ער האט געזאגט: קום! און פעטרוס איז אראפגעגאנגען פון שיפל, און איז געגאנגען אויפן וואסער, און געקומען צו יהושען/ישוען.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite