און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.
זע, גייען מיר ארויף קיין ירושלים, און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און די סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם);