Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




לוקאס 17:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 עס וואלט געווען בעסער פאר אים, אויב א מילשטיין וואלט געלייגט געווארן ארום זיין האלדז, און ער וואלט אריינגעווארפן געווארן אין ים אריין, ווי אז ער זאל פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע.

Gade chapit la Kopi




לוקאס 17:2
13 Referans Kwoze  

און ווער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן וואלט עס געווען פיל בעסער פאר אים אויב א גרויסער מילשטיין וואלט געלייגט געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין.


אָט אזוי איז עס אויך נישט דער רצון פאר אייער פאטער, וואס איז אין הימל, אז איינס פון די דאזיקע קליינע זאל פארלוירן גיין.


גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.


איך בין געווארן צו די שוואכע א שוואכער, כדי איך זאל געווינען די שוואכע; איך בין געווארן אלץ צו אלעמען, כדי אויף יעדן אופן זאל איך ראטעווען אייניקע.


דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן.


איך אבער האב מיך נישט באנוצט מיט קיינס פון די דאזיקע זאכן; און האב דאס נישט געשריבן, כדי מען זאל עס אזוי טאן לגבי מיר; ווארום עס איז מיר ליבער צו שטארבן, ווי עמיצער זאל צונישט מאכן מיין רום.


און ווען זיי האבן אפגעגעסן אנבייסן, זאגט יהושע/ישוע צו שמעון פעטרוסן: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב מער ווי די דאזיקע? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע לעמער.


נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite